Saturday, September 25, 2010

סעקונדערע טעקסטן

שלום-עליכם חברה,
איך האב ניט געפונען אן אופן כדי צו שטעלן "פדפס" אויף דעם בלאג. מיר קענען אבער פאסטן "לינקס." דא שטעל איך דעם 13. באנד פון "אלע ווערק פון מענדעלע", אין וועלכן רחל האט געפונען "שם און יפת אין א וואגאן," און אויך "דאס שלום-עליכם בוך," וועלך פרידען ציטירט אויך און חנה האט געבעטן אונדז געפינען. וואלף ראבינאוויטשס בוך "מיין ברודער שלום-עליכם" האב איך ניט געפונען אויף דער אינטערנעץ, אבער מיר האבן עס אין דער ביבליאטעק! איך האב עס באשטעלט פון "נ.ר.ל.פ"

אויף אונדזער טרעפעניש דינסטיק וועל איך ארוםבלעטערן אין בערקאוויטשס בוך, זוכן אונדז עפעס ניצלעך צו לייענען.

-מינדל

Monday, September 20, 2010

שלום עליכם, חבֿרה!

איך בין אין גאַנצן מסכּים מיט מינדלען אַז ס׳װעט זײַן צום בעסטן װען יעדע איינע פֿון אונדז זאָל קענען פּאָסטן כאָטש איין מאָל אין װאָך. דערצו מעג מען מסתּמא פּאָסטן דאָ װאָס פֿאַר פּד״פֿס מע װעט געפֿינען. װי מיר האָבן דיסקוטירט דינסטיק, האָב איך געפּרוּװט געפֿינען די בריװ צװישן שלום-עליכמען און שמעון דובנאָװן. איך מיין אַז זיי זענען יאָ געשריבן אויף ייִדיש (צוליב דעם װאָס מע האָט זיי אַרויסגעגעבן אין ״ליטעראַרישע בלעטער״) און נאָך דעם װי איך לייען זיי איבער װעל איך אפֿשר אַ פּרוּװ טאָן זיי אויך צו פּאָשטן דאָ. אינעם פֿערטן קאַפּיטל פֿון זײַן בוך ציטירט פֿרידען דובנאָװן, װאָס זאָגט אַז ער און שלום-עליכם האָבן געטוישט עטלעכע בריװן אין אַ מין חסידיש-ייִדיש, און פֿרידען ברענגט דאָס פֿאַר אַ מוסטער פֿון דעם קאָמפּליצירטן שײַכות צװישן ליטעראַרישער און ביאָגראַפֿישער אידענטיטעט בײַ שלום-עליכמען. ס׳קען זײַן אַז די בריװ זענען נישט צװישן די װאָס זענען אַרויס אין ״ליטעראַרישע בלעטער״ -- סײַ-װי-סײַ, װעל איך אײַך באַלד לאָזן װיסן.

דערװײַל, אָט זענען די דאַטעס װאָס יעל און איך האָבן אויסגעקליבן פֿאַראוּנדזערע צוקונפֿטדיקע טרעפֿענישן׃ 9/28, 10/19, 11/2, 11/16, 11/30. איך בין מסוגל זיך צו טרעפֿן די טעג װאָס פֿאַר אַ צײַט איר װילט כּדי ברייטער אַרומצושמועסן אוּנדזערע מאַטעריאַלן. מינדל און אַנאַ, װאָלט איר געװען גרייט זיך צו טרעפֿן אַן ערך 2 אַ״ז דעם 28טן?

ביז באַלד,
רחל

Sunday, September 19, 2010

אנהייבן

טייערע חברטעס,
ברוך-הבא צו אונדזער בלאג! איך האב געמיינט אז אפשר וואלט דאס זיין די גרינגסטע מעגלעכקייט פאר אונדז כדי צו שרייבן און דיסקוטירן אונדזער געדאנקען וועגן שלום-עליכמם מעשיות. דאס מעג זיין אוודאי אויף יידיש אדער ענגליש, ווי מע וויל. אפשר קען יעדער פון אונדז פרווון אדער עפעס צו "פאסטן" אדער אויף א "פאסט" צו קאמענטירן וועניקסטענס איין מאל א וואך. אט אזוי וועלן מיר קענען האבן א כסדרדיקע דיסקוסיע צווישן אונדזער טרעפענישן. וואס מיינט איר? האט איר אנדערע רעיונות?

מיר דארפן אויך טיילן די סעקונדערע לעקטורן. איך וועל גלייך זוכן אויב עס זיינען דא אויף דער אינטערנעץ "פ.ד.פס" פון "מיין ברודער שלום-עליכם", בערקאוויטשס "דאס שלום-עליכם בוך" און ראסקיס ארטיקל (דאס וועט זיין מסתמא אין ביבליאטעק).

זאל זיין אין א מזלדיקער שעה!
מינדל